בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' מנחם אב תשפ"ו7/23/2026

באריכט
ליל תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:40. בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו (קר''י).

דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד. איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:40.

דאנערשטאג ואתחנן - תשעה באב

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית ארום 9:35.
- בעל תפילה: הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו.
- בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
- כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו.
- לוי: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען).
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ח ר' חיים ישעי' ווייס הי"ו (לעיקוואד).
- גלילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות רב.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב. די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.

נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 7:10.

דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד. און דערנאך געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נחמי' ניימאן הי''ו (קר''י).
דערנאך געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה. דערנאך האט מען געדאוונט מנחה.

- בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
- פתיחה: הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי''ו (קר''י).
- בעל קורא: הב' משה ב"ר יעקב מאיר ווייס הי''ו (קר''י).
- כהן: הרה"ח ר' יואל ברא"ש כ''ץ הי"ו (מאנטרעאל).
- לוי: הב' ירמי' מאיר ב''ר זלמן יוסף גאלד הי''ו (קר''י).
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
- גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי''ו.

נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 8:10.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:35. בעל תפילה: הב' יוסף ב''ר משה סימאן הי''ו (קר''י).

נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך, און דערנאך אויסגעפאסט בהיכל הביהמ''ד, דערביי האט מען געזינגען ניגוני נחמה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה נעבן ביהמ''ד מיט גרויס שמחה, נאך קידוש לבנה איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️