בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' מנחם אב תשפ"ו7/22/2026

באריכט
מיטוואך ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יושע גלויבער הי"ו (קר''י).
- בעל תפילה: הב' שמואל מאיר ב''ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער דעם יו"ט תשעה באב וואס ס'וועט זיין לעתיד לבוא.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10. בעל תפילה: הב' אהרן ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו (קר''י). נאך מנחה זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 482