פרייטאג ערש''ק נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.
- ב"ר משה יקותיאל שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה ב"ר משה ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און די קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אין די ברכת כהנים איז מרומז אלע ערליי ברכות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מעורר געווען די קינדער צו נזהר זיין זיך צו פירן מיט מידות טובות סיי בין אדם למקום און בעיקר בין אדם לחבירו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
