דאנערשטאג נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ברוך ברא"ש שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא ענגלענדער הי"ו.
- ב"ר ישראל דוד סעגעדין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ד', א לענגערע שיעור וואס איז געהערט געווארן דורך הוק-אפ פאר אלע תלמידי מוסדותינו הקדושים ולומדי הכולל בכל אתר ואתר, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש בעניני טעכנעלאגיע און מתריע געווען איבער דעם נייעם שעדליכן יצר הרע פון AI וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט די קליפה דורך יעדן טעלעפאון אדער סעלפאון און אפילו מיט א כשר'ע טעלעפאון, און אויסגעשריגן מיט א וויי געשריי אז דער מצב איז נורא ואיום! סיי ביי בחורים, סיי ביי קינדער, און סיי ביי מיידלעך, און אפילו ביי אינגעלייט, אוי לאזנים שכך שומעות! און געבעטן מיט א צובראכן הארץ אז יעדער זאל רחמנות האבן אויך זיך, אויף זיין נשמה, אויף זיינע קינדער, 'כל באיה לא ישובון' און עס איז א מצוה און א פליכט אויף יעדן צו שטיין על המשמר זיך אפצושיידן פון די קליפה בכל החומר.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברע"ד גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"א סימאן הי"ו און הרה"ח ר' הערשל גאלדבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 11:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר געלב הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה תורה תמימה פון לעיקוואד בראשות הר"ר בנימין מרגליות שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה משנת התלמוד פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
