בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט' סיון תשפ"ו5/25/2026

באריכט
מאנטאג נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטנשטיין שליט''א מו"ץ בקהלתינו ב''פ.
- ב"ר וואלף שעהר הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שרגא יצחק גאנדל הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א נאכן וויילן אויף יו"ט שבועות בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר אברהם מרדכי זאב שווארטץ שליט"א און הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר שלום גאלדמאן שליט"א און הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' נחמי' ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר הורוויץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו יו"ר הנהלת קהלתינו הק' ומוסדותי' בעיר בית שמש יצ"ו, האט אפגעקויפט א זכות פון א שער בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם געהויבענעם יו"ט שבועות וועלכע איז אריבער בצל הקודש אין קרית יואל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' צבי עקיבה הי"ו און פאר הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מענדל פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שפילמאן הי"ו.

ארום 11:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גני קליין צו די שמחת הבר מצוה פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, הב' חיים ני"ו בן לבנו הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די זיידעס הרבנים שליט"א, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר אחותו הרבנית מ'מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 11:35 און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

נאך די זמני כניסה ארום 12:45 האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות הב' הערשל ב"ר יואל גאלדמאן ני"ו, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה, און געמאכט א שליח הבה"ח המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו אראפצונעמען די אייער פונעם בוים, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן אנוועזנדן ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️