זונטאג נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם אלי' פרידריך הי"ו.
- ב"ר יוסף סאפדי הי"ו.
- ב"ר חיים דייטש הי"ו.
- ב"ר מרדכי יודא לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. ביים לחיים איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יצחק יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מאנסי חתן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' משה מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די חאלאקע פון בנו הילד צבי ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועסן איבער פארשידענע מנהגי שבועות און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו און הרה"ח ר' ברוך העלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- הרה"ח ר' פנחס יצחק שמאיע הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"י קאהן הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
