בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגא' סיון תשפ"ו5/17/2026

באריכט
זונטאג נשא א' - ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
- ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
- ב"ר הערשל שטיינבערג הי"ו.
- ב"ר שרגא חיים פעדער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו אין שכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת בית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ח ר' דד עקשטיין הי"ו מראה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער דאס חשיבות פון שטיצן א ביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח פון די נדבנים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.
דאן איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמעון הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם ביהמ"ד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע נדבנים מתושבי השכונה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען גרעסערע סכומים לטובת הביהמ"ד ווי אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן דאלער, אריבער ביי רבינו שליט''א דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות מיט יעדן נדבן באזונדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערביי האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר. דער רבי האט פארלאזט די מסיבה ארום 5:30 און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמעון הי"ו ובני משפחתו.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ספעציעל געווידמעט פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן כפקודת רבינו מיטן געבן טויזענט דאלער לטובת מוסדות יטב לב.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם שלום הי"ו ובני משפחתו.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ברוך מרדכי רייך הי"ו און הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' עקיבא ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יחאל ישראל ברוך עקשטיין הי"ו.

דערנאך ארום 9:50 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי צו די דינער השנתי 'בכל לב ונפש' פאר מוסדותינו הק' אין מאנסי.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער אין די זאלן פון וועלי טעררעס, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, עס איז פארגעקומען א פראזענטאציע דורך הרה"ח ר' יעקב הערש צין הי"ו אינאיינעם מיט עטליכע קינדער תלמידי מוסדותינו הק'.
דערנאך האט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז שטיצן לימוד התורה פון תשב"ר איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און דאס איז משפיע כל טוב, און ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' וועלכע שטייגט פון יאר צו יאר בכמות ובאיכות אלעס מיט די שווערע ארבעט פון דער רב שליט''א און די געטרייע הנהלת המוסדות, און מעורר געווען אלע אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה און עקסטער ארויסצוהעלפן בויען די פרישע בנינים וואס מען בויעט כסדר, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ"ש, מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות מיט אלע סארט מענטשן, און מען דארף זיכער מאכן זיך צו האלטן אויף די ריכטיגע סטאנדארט ווי עס פאסט פאר א סאטמארע חסיד און פירן די שטוב וויאזוי עס פאסט פאר א סאטמארע חינוך אזוי ווי מען איז מחנך ביי אונז אין די מוסדות, און אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות אז איינער וואס פירט זיך נישט ווי א סאטמארע איד בנוגע צניעות וכו' איז די מוסדות נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער, און די זעלבע אויפגעפאדערט אלע אנ''ש צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, און מסיים געווען מיט הכנה צו יו"ט שבועות און מעורר געווען צו אנהאלטן די מנהג טוב וואס מען האט איינגעפירט די לעצטערע יארן צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות, און אזוי אויך אלץ הכנה צו יו"ט שבועות זאל מען לערנען ספר הק' בני יששכר צו האבן א ריכטיגע קבלת התורה, און גענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אויפן צווייטן שטאק אין ביהמ"ד פון ישיבה ספרינג וועלי, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.

פון דארט ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד זוועהיל בנשיאות האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און די חדרי התפילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים אין די בעכער פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זצ"ל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום הינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די אולם השמחות, דאן איז דער רבי ארויף און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מאציל געווען מברכת קדשו,
ארום 12:20 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
אינטערוועגנס האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן קיין וומסב"ג מיט די ראשי העסקנים פונעם וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב, צו הערן א פונקטליכע רעפעראט פון אהנגייענדן א' ב' קאמפיין פארן יסוד פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח צו הערן דעם פראגרעס פונעם קאמפיין איבער אלע געגנטער, און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️