בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' סיון תשפ"ו5/18/2026

באריכט
מאנטאג נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל בנימין הירש הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון החתן משב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל עקשטיין שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

ארום 11:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.

נאך מעריב זענען אריינגעגאנגן בקו"פ די ראשי העסקנים פון די קרית יואל הויפטקוואטירן וועלכע האבן אהנגעפירט דעם היסטארישן א' ב' קאמפיין פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט זיך זייער באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבייט און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי זיך באדאנקט פאר די חברי וועד בעלי בתים פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ, הרה"ח ר' יואל בערנאטה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די הויפטקוואטירן פונעם קאמפיין אין וומסב"ג, וועלכע האבן אהנגעפירט דעם גיגאנטישן קאמפיין צו א מאקסימום סוקסעס פון אריבער 10 מיליאון דאללאר.

דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט בראש וראשון פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש שווארץ הי"ו, און פאר הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות נמרצות פאר די הצלחה פון דעם קאמפיין, זאגענדיג די מוסדות האט דער פעטער ז"ל מייסד געווען און איך בין זיכער ער וועט מכיר טובה זיין פאר די אלע וואס האבן געארבייט פאר דעם הייליגן צוועק, און פאר אלע נדבנים פונעם קאמפיין, זיי וועלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️