דינסטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יחזקאל מייזליש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק סיגוט.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן על מסכת אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קאנטינענטאל ווי עס איז פארגעקומען די מסיבה 'לגיון של מלך' לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די פארלאפענע פינף יאר.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן מאנ"ש צו זעהן אז מוסדות יטב לב זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט א פעסטע יסוד, און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר פאר מוסדות יטב לב, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע אינגעלייט און עקסטער פאר די ראשי עסקנים נגידי אנ''ש וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם ריזן קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב.
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.
ארום 11:10 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
