מאנטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' ירחמיאל זאב ליכטנשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל בן הרה"ג רנ"ה צוויבל שליט"א.
- ב"ר יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל שליט"א, מען האט געמאכט קבלת קנין און געזינגען ניגוני שמחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל בר"ב פאלאטשעק הי"ו.
ארום 10:00 ביי די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי הכהן רובין הי"ו.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ צו די מסיבה לטובת מוסדות יטב לב וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' אין ב"פ בראשות הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט קודם ארויסגעברענגט לשבח פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די מתפללי הביהמ"ד, און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' עמרם נתן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' וואלף אדלער הי"ו.
- ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יודל טירנויער הי"ו (מאנסי).
- מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק סיגוט, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
