מיטוואך ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יודא טרייטל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' ירחמיאל שפערבער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו און הרה"ח ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלה פון די RCCS ארגעניזאציע מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענען א נייעם אפיס אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע פעולות פון די ארגענעזאציע לטובת די פילע חולי ישראל רח"ל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו - מייסד ומנהל המוסד, און פאר אלע חברי הנהלה.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר מענדל ווייס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יעקב ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
