בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"א אדר תשפ"ו3/10/2026

באריכט
דינסטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרב יצחק אייזיק כהנא הי"ו.
- ב"ר משה סרוגא הי"ו.
- ב"ר יואל קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א.

פאר קדיש האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א בבכיות עצומות א לענגערע צייט.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א קביעת מזוזה ביי די נייע לאקאציע פון 'העריטידזש זילבער' אינעם דאבעליו מאלל, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים פונעם געשעפט, פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדעל הי"ו בעה"ב פונעם מאלל, און פאר אלע אנוועזנדע.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואין פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, עב"ג הכלה בת הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:40 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' מאיר האלברשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א חבר ביד"ץ דקרית יואל.
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך ארום 1:10 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 470