בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ' אדר תשפ"ו3/9/2026

באריכט
מאנטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' וואלף מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל. און ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל
אויף א פריוואטע פארנעם בלויז פאר די בני המשפחה. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 5:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט. בעל תפילה: נכד רבינו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.


פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א און הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו און הרה"ח ר' יואל פראמאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א, מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און מעורר געווען צו גיין אין זיינע דרכים בכל פרטי' סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️