בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ט אדר תשפ"ו3/8/2026

באריכט
זונטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.

רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט מוהלות.
- סנדק: הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל וואס האט געטראגן דעם נאמען פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הישיבה, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל הישיבה.

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, זיידעס, און פאר אלע בחורים.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביי די שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן לבנו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און פאר די חתן און מחותנים, און פארן זיידן האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, און פארן פעטער האדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א.

נאך די חופה איז דער רבי צוגעפארן קיין מאנסי צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין איינע פון די כיתות, און נאך מנחה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די בחורים, דער רבי איז ארום צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע בנין וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה. דערנאך ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א, און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
- הרה"ח ר' יושע דוב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 459