מיטוואך וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פילע שינוים לטובה ביי כלל ישראל ובפרט ביי קהלתינו הק' בנוגע לימוד התורה, כשרות, עניני סת"ם, חתונה תקנות, און נאך פילע ענינים.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
