בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ד טבת תשפ"ו1/13/2026

באריכט
דינסטאג וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן בעל התניא זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן ארטיגן חב"ד רב הר"ר שלמה אהרן דענעבוים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 587