בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ב טבת תשפ"ו1/1/2026

באריכט
דאנערשטאג ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברד"ח ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל שרגא יודא גאלדשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ברייער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורכן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן תלמידי כולל לחתנים פון קר"י און וומסב''ג.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, ביי די שבע ברכות האט זיך משתתף געווען הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.

נאך די פיש האבן די ראשי הכוללים געפרעגט פילע שאלות וואס זענען נוגע פאר די חתנים אין פארשידענע תחומי החיים ובפרט בנוגע די טעג אלץ חתן, יום החופה, ימי השבע ברכות, און נאך די חתונה וכו' אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, און האט מקדים געווען בדברי שבח פונעם חשוב'ן מחותן דער אבי הכלה שליט"א וועלכע איז א מרביץ תורה אין ישיבה אין ב"פ און איז געווען היינט געהעריג אין ישיבה טראץ די נעכטיגע חתונה, און דערנאך א הערליכע דרוש בעניני נשואין, און ממשיך געווען מיט הדרכה וחיזוק פאר די חתנים און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די צייט אלץ חתן צו שטייגן בתורה ויראת שמים און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בעניני הנהגת הבית און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די משתתפים פאר א לענגערע צייט.
- ברכת המזון: דער מחותן הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א.
- ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער רבי איז ארויף לחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 2:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה און זיך אומגעקוקט אין ביהמ"ד אויף די פילע לומדים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערנאך ארויף צו די חדרי השיעור ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די שיעורי תורה, און דערנאך צוריקגעפארן לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני 'ועד הפעולה' שע"י העדה החרדית אין בעפארגרייטונג צום בעפארשטייענדן קאמפיין אין קרית יואל לטובת די פעולות פונעם ועד, דער רבי האט איבערגעקוקט די רשימות פון די אריבער הונדערט רבנים ומורי צדק פון די עדה החרדית, ובראשם כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט''א וחברי הבד"ץ שליט"א, דער רבי האט מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, און מאציל געווען מברכת קדשו 'וראה בטוב ירושלים' מיט אסאך הצלחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️