בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ו טבת תשפ"ו1/4/2026

באריכט
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר זאלצער הי"ו.
- ב"ר רפאל בנימין שישא הי"ו.
- ב"ר שלמה נתן נטע שמואל מארקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב ב"פ

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,  בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און האברך ר' שמעון ברמ"ד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
ביים קבלת פנים האט זיך אויך משתתף געווען געווען כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פאר די מחותנים און פארן גאנצן ציבור.
ביים קבלת פנים האט דער רבי תורם געווען צדקה אין די פושקע פון אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' שלמה בירמאן הי"ו (מאנסי). דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען.
- קריאת הכתיבה: עלטער פעטער פון חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א.
- ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"י באבוב.
- ברכה אחריתא: פעטער פון די כלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א.
- עדי קידושין: הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ.
ביי די חופה האט זיך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

נאך די חופה האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.

ארום 8:10 איז דער רבי איז אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א און האדמו''ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט''א צו טאנצן מיטן חתן, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ המחותן שליט"א און עקסטער מיט בנו הגה"צ שליט"א און ממשיך געווען אין א ריקוד מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ.
- ברכת המזון: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' יצחק מעכיל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מאנסי.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

צום סוף האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ מיט אחיו הגה"צ דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דערנאך האט מען אויסגערופן צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ ר"י באבוב שליט"א און הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, דעם אבי החתן, און דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט בנו הגה"צ שליט"א. פארן מצוה טאנץ פונעם אבי הכלה הגה''צ אבד''ק קאלוב ב''פ שליט''א האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו פארזינגען דעם זמר פון סאל-א-קאקאש פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זיע''א און דער ציבור האט ממשיך געווען מיטן זמר 'גלות גלות'.

דערנאך האט מען געזאגט דברי בדחנות און מ'האט אויסגערופן חתן וכלה, דער רבי האט געטאנצן אין א רינג ארום די חתן כלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:15.
👁 434