בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגג' טבת תשפ"ו12/23/2025

באריכט
מאנטאג ויגש - זאת חנוכה

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה און משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע בחורים נאכזאגענדיג אז חנוכה איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.

דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר פון ישיבה צום שריפת הפתילות, דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די קנויטן און די שיירי שמן פון די נרות חנוכה, מען האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט 12:50.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 4:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה ארום 4:55 איז דער רבי אריבער אינעם בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון מוסדות קרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים.
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק, א לענגערע דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה און ארויסגעברענגט אז עס איז שוין אריבער א פערטל פון די יאר און מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מען איז געווארן בעסער, מיט לימוד התורה, מיט מידות טובות, מיט יראת שמים, און שטארק מעורר געווען די בחורים צו עוסק זיין בלימוד התורה מיט א יגיעת התורה, פארשטיין וואס מען לערנט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 6:30. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די בחורים.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 524