בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגג' טבת תשפ"ו12/23/2025

באריכט
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00, פאר מעריב האט הב' ליפא בהר"ר יואל גאלדבערגער שליט"א אנגעצינדן די מנורה, און נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד זאת חנוכה.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה במעמד אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה באש קודש.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און ביים סוף האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.

רבינו שליט''א איז ארויף צום שלחן הטהור און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות א לענגערע צייט, און רבינו שליט''א האט משמיע געווען דעם ערשטע דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה.

דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם מעמד המרומם בשירה ובזמרה מערערע ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט''א האט משמיע געווען נאך פיר מאל דב''ק מיט לענגערע דברי אגדה וחסידות.
צווייטע דב''ק אויפן פסוק 'וטבוח טבח והכן' און געטייטשט אז די אכט טעג חנוכה איז אנטקעגן די שמונת ימי מילה, ווען עס איז דא שמירת הברית איז עס משפיע פרנסה בהרחבה און אמונה אין הקב"ה, זאת חנוכה ליינט מען די נשיא פון שבט מנשה וואס מנשה איז בגי' פרנסה, און דאס איז דער רמז לסעודות שעושין בחנוכה, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ואמונה.

דריטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען 'אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות', אנטקעגן די מנורה איז געשטאנען דער שלחן און אהרן הכהן האט משפיע געווען פרנסה פאר כלל ישראל בשעתן אנצינדן די מנורה, פון די מנורה איז א ראי' אז הקב''ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און איז מחויב צו משפיע זיין פרנסה און געזינט פאר כלל ישראל, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

פערטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, די נשיאים ווען מען האט מחנך געווען דעם משכן האבן מתפלל געווען נישט נאר אויף יעצט נאר די השפעות זאל אויך זיין אחרי המשח אותו, חנוכה איז די צייט וואס מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל זיין ערליך און מען דארף בעטן פאר זיך און פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו לא ימישו מפיך וכו' מעתה ועד עולם, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ויהי זרעי והאר עינינו און נאך, בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.

פינפטע דב"ק א טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה, חנוכה איז מלשון חינוך וויבאלד חנוכה איז א חינוך און א הכנה צו ביאת המשיח, רבינו גרשום הייסט 'מאור הגולה' צוליב זיינע צוויי תקנות אז מען טאר נישט גט'ן בע"כ און מען טאר נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, פון די נס חנוכה זעט מען אז הקב"ה האלט איין אלע תקנת חז"ל וויבאלד די טומאה פון די שמן איז נאר געווען א דרבנן במילא קען הקב"ה נישט אוועקשיקן כלל ישראל און קען אויך נישט נעמען קיין אנדערע אומה, און וועט בקרוב אויסלייזן כלל ישראל פון גלות, און געוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט ממשיך געווען זאת חנוכה זא''ת באטרעפט צום קול ממון, וואס אין די הייליגע טעג טוהט מען אויף מיט די דריי ענינים, טוהט מען חנוכה אויף מיט 'קבעו שיר ורננים' און געבעטן די מנגנים צו אנהייבן ניגוני שמחה להודות ולהלל.

מען האט אנגעהויבן ניגוני שמחה והודאה און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען און מעודד געווען די פייערדיגע ריקודין פונעם ציבור האלפים א לאנגע צייט.

מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ די משוררים און עוסקים במלאכת הקודש בחצרות קדשינו, און אזוי אויך די בחורים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די עריכת שלחן הטהור מידי שבוע בשבוע, דער רבי האט פארטיילט מטבעות און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️