בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ח כסלו תשפ"ו12/18/2025

באריכט
דאנערשטאג מקץ - ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' זושא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר שמשון שרגא פויגעל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אין זכות פון דעם אז די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן איז אהרן הכהן אראפגעקומען און געהאלפן טרעפן די פך שמן טהור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 638