בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ז כסלו תשפ"ו12/17/2025

באריכט
מיטוואך מקץ - ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און דערביי מחזק געווען די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו קיין חתונות.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר פנחס פרענקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ עסקנים פון התאחדות אברכים וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די קאמפיין ווי פילע אנ''ש האבן זיך אונטערגענומען צו זאגן די פרשת הקטורת פארן דאווענען נאך די קריאת הקודש פון רבינו שליט"א ביים היסטארישן שבת, בעת עריכת שלחה"ט ליל שב"ק פרשת תולדות באתרא קדישא מירון, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די קוויטלעך פון אלע אידן וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן קיין מירון און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די יערליכע סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק'.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות בהלל והודאה.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט און געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך האט הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א פארגעלייגט פארשידענע שאלות וואס די יתומים האבן אריינגעגעבן איבער פארשידענע ענינים, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק הדרכה און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום.

נאך די מסיבה ארום 11:30 איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש, ווי אלע קינדער און בחורים זענען אריין בקו''פ און דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג.
רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 638