בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ו12/16/2025

באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די שכר פון גיין מיט די ציצית באיתגליא איז אז מען איז זוכה צו נסים גלוים, און וויבאלד די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן האבן זיי זוכה געווען צו נצחון המלחמה, און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט פעדעמער פון די ציצית, און מעורר געווען צו גיין מיט די ציצית באיתגליא און זיך נישט שעמען דערמיט און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו חסדים גלוים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️