ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אפילו מען זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנה צו א מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און אין זכות פון ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך וואס איז געווען א הכנה צו הדלקת נר חנוכה אין דעם זכות איז געווען נצחון המלחמה, און פאר דעם איז דא אכט טעג חנוכה, און דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום יו"ט חנוכה וויבאלד ברכת כהנים האט מען זוכה געווען צוליב וואס מען האט געמאכט א הכנה צו מתן תורה, און די השפעות קומען אראפ יו"ט חנוכה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:20.
מאנטאג מקץ - א' דחנוכה
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
