בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"א כסלו תשפ"ו12/11/2025

באריכט
דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם אייזנבאך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סעודה לכבוד כ"א כסלו דורך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות רבתי לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבח והודאה לכבוד היום, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א רשימה פון די שעות רצופות וואס די בחורים האבן געלערנט במשך די צוויי וואכן פון די מסע הקודש קיין ארה"ק כבקשת רבינו שליט"א ביים מעמד צאתכם לשלום איידערן אפרייזן קיין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים המציונים א פלעשל אויל פון די אויל פון וואס דער רבי האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות אין ארה"ק.
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים געדינט אלץ יו"ר און האט שוין געהאט געגעבן פאר די בחורים א לענגערע קאפיטל אין היסטאריע איבערן רבינ'ס הצלה, האט יעצט ווידער אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
פארן זמן האט מען געבענטשט.
- מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל החתן שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז א ריכטיגע הודאה איז נאר ווען עס איז אויך דא א קבלה טובה על העתיד, און דאס דארף יעדע בחור וויסן כ"א כסלו ווען מען גיבט א שבח והודאה צו הקב"ה אויפן עבר דארף מען מאכן קבלת טובות אויפן עתיד, מיט מער לימוד התורה, מער יגיעת התורה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען ביים נסיעה אין ארה"ק אנגעגאנגען מיט די לימודי הישיבה כסדרן, און מען קען זאגן אז דאס אז די נסיעה איז געווען מיט אזא הצלחה למעלה מן המשוער איז אין זכות פון דעם אז די בחורים זענען געזיצן און עוסק געווען בתורה מיט התמדה און מוסיף געווען מיט לימוד שעות רציפות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רביה"ק זיע''א מיט די בחורים.
דער רבי האט ממשיך געווען אין געזאגט אז די וואך ביי א שבע ברכות מיט די אינגערע בחורים האט מען דארט אנגעפרעגט א האקעלע שאלה בנוגע צו בחורים זאלן לערנען ליקוטי מהר''ן, און דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די נושא פון ברסלב ובפרט איבער לערנען ליקוטי מהר"ן און איבער פארן ראש השנה קיין אומאן.
דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איבער די נושא און דעת קדשו אז "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זיע''א איז געווען א קדוש עליון און זיין ספר איז אויך הייליג אבער דאס איז נישט געמאכט פאר אונז בחורים, אזוי ווייט אז דאס קען אראפפירן א בחור פון ריכטיגן דעת"... עכל"ק פון רביה"ק זיע''א, און דאס זעלבע מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן וואס הגם סאיז אויך דא חסידים ואנשי מעשה ברסלבער חסידים וואס פארן, אבער דאך איז דא א גרויס חלק וואס פארן מיט די מיינונג אז מען קען א גאנץ יאר טוהן וואס מען וויל און מען וועט פארן ראש השנה קיין אומאן און זאגן דעם תיקון הכללי און מיט דעם וועט מען פטור ווערן פון אלעם, דאס איז א סכנה גדולה און נישט געמאכט פאר פשוטי עם, ובפרט אז פילע פארן אהין אראפ צו ווארפן דעם עול און ערנסטקייט פון ראש השנה.

דערביי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א צו איבערגעבן א מעשה כלי ראשון וואס בדידי' הוא עובדא וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אים געזאגט בנוגע די נושא, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אויפגעפאדערט די בחורים זיך נישט אריינצולייגן אין די זאכן, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א צו איבערגעבן וואס ער געדענקט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט איבער די נושא.
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אינעם זאל ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
- הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד ציעשנוב לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און עקסטער מיטן חתן.
דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️