בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ' כסלו תשפ"ו12/10/2025

באריכט
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ב"ר אליעזר ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה יוסף עהרנפעלד הי"ו.
- ב"ר יושע מרדכי דאנציגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די עפענונג פון א נייע פארברייטערטע אפיס פונעם מרכז אין בני ברק וועלכע וועט בעז"ה געעפנט ווערן תיכף נאך חנוכה אין א נייע גרויסע פלאץ מיט א פארברייטערטע שטאב פון מצילים זיך צו קענען אפגעבן מיט די פארמערטע פראבלעמען וואס די טמא'נע מיליטער מאכט פאר היימישע בחורים, נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א בעת די מסע הקודש אין ארה"ק צו פארברייטערן די פעולות פונעם מרכז בעיר בני ברק צוליב די פארשארפטע מצב פונעם גזירת הגיוס און די גרויסע פארלאנג און נאכפראגע פון די טויזענטער בני ישיבות פון בני ברק.
רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר ר' שמעון שליט"א פאר זיין הילף פאר עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע האבן ב"ה באקומען א פטור דורכ'ן מרכז, און איבערגעשמועסט דעם ביטערן מצב הגיוס, און בפרטיות די מצב פון עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע זענען נאך דערווייל ליידער פארפלאנטערט מיט די טמא'נע מיליטער, און שטארק מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' שמעון שליט"א און פאר אלע מצילים.

ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו אין קר"י אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט ר' אברהם יודא הי"ו געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנטיק ספרים וכתבי ידות וואס ער האט באוצרו, צווישן אנדערע די 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

אוֹדְךָ בְּקָהָל רָב בְּעַם עָצוּם אֲהַלְלֶךָּ – חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו:

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 81'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 80 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר


דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קובץ 'אור מופלא' הערליך צוזאמגענומען מיט מערערע מאמרים און ארטיקלען פונעם גאנצן היסטארישן מסע הקודש פון רבינו שליט''א קיין ארה''ק און דעם געהויבענעם שב''ק באתרא קדישא מירון, און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארה''ק, און ר' מנחם דוד מאשקאוויטש הי''ו, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יואל פישער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, וועלכע האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד און אויפגעטרעטן לכבוד היום.

ארום 9:30 האבן אלופי אלפי אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין 'חסדי השם' על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן לכבוד היום חסדי ה', בך בטחו.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף ניגוני הודאה.

אלץ נואם הכבוד האט געדינט הגה"צ רבי מתתי דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק,

במשך דעם מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, אזוי אויך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו מפני כבוד המלכות באגריסט די פאליטישע באאמטע וועלכע זענען געקומען ארויס צו ווייזן זייער שעצונג צו קהלתינו הק', צווישן אנדערע די ניו יארק סיטי מעיאר עלעקט זאהאראן מאמדאני, און אזוי אויך פארגעליינט א בריוו פונעם הויכגעשעצטן פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכע איז געשיקט געווארן לכבוד המעמד.

דערנאך איז פארגעקומען א פרעזענטאציע 'שלהבת מירון' דורך הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו ווי ער האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים איבער די 50 העכערער שעות אין אתרא קדישא מירון.

ארום 11:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די דב"ק והדרכת השנה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז ווען מען לויבט הקב"ה מיט א רבים דעמאלטס קען מען לויבן אפילו מען איז נישט ראוי, 'אודה ה' בכל לבב בסוד ישרים ועדה', די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו הקב"ה מיט די הצלה פון רביה"ק זיע''א ווען מען זעט די תורה אימפעריע וואס ער האט אויפגעשטעלט איבער די גאנצע וועלט, און אין די זעלבע צייט ליגט א פליכט אויף אונז צו פארברייטערן די אלע פעולות מיטן אויפשטעלן נאך בתי מדרשים, נאך בתי חינוך, מרבה צו זיין מיט גמילות חסדים, און גיין אין זיינע דרכים אין אלע ענינים, שטיצן מוסד הק' קרן הצלה וואס ער האט אויפגעשטעלט בשאירת כוחו, און ארויסגעברענגט לשבח און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע נגידים מאנ"ש וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ ביי די נסיעה אין ארה"ק.
אזוי אויך דארף מען זיכער מאכן זיך צו פירן בעניני צניעות אויפן שטערקסטן פארנעם, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע תקנה אין די בית רחל אין וומסב''ג צו איינשטעלן די ספעציעלע צניעות'דיגע בגדים פאר אלע תלמידות.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב פון די טייערע דירות אין וומסב''ג ווי מען צאלט ריזיגע סכומים פאר א קליינע דירה, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען, עס איז געקומען די צייט זיך אוועקצוציען צו אנדערע מקומות! און עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו מחזק זיין די קינדער זיך אוועקצוציען פון וומסב''ג, און דערביי שטארק מחזק געווען די תקנה פון די דירות פרייזן אין קר"י און שטארק אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער אין קרית יואל המורחבת, און געזאגט אז ווען מען מופט אריבער צו קרית יואל המורחבת זאל מען נעמען אין אכט די טייערע סקול טעקסעס מיט די אנדערע טעקסעס וואס קומט צו, וואס די מעקלערס פארציילן דאס נישט.
דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז די שטאט קרית יואל און די זעלבע קרית יואל המורחבת האט רביה"ק בעל הנס זיע''א אויפגעשטעלט אז מען זאל האבן א אפגעטיילטע פלאץ פון אנדערע דעות בעניני השקפה און עס ליגט א פליכט אויף אונז דאס אפצוהיטן, און עס טוט זייער וויי אז עס זענען דא מענטשן וואס טוהן פעולות אהינצוברענגען פרעמדע קהילות וואס פארמאגן א אנדערע השקפה ווי אונז בעניני התבדלות פון טומאת הציונית, און זיי זאלן וויסן אז רביה"ק זיע''א איז זייער מקפיד אויף דעם ויהא זהיר בגחלתן.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, בשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבנקייט און ערנסטקייט, און א גרויסע טייל זענען געפארן נאר צו רבי שמעון און אהיים, און נישט געפארן אויף קיין שום אנדערע פלעצער, דאס איז נראה וניכר אז דאס איז פירות פון תלמידיו פון רביה"ק זיע''א וואס פירן זיך מיט די שיטה הק' פון ויואל משה און עס איז געווען א שטארקע כבוד פאר רביה"ק זיע''א און פאר די שיטה הק'. און ממשיך געווען איבער די חשיבות פון קהילתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק כולו נאה וכולו יאה, און איבער די גזירות הגיוס וואס מען האט מיטגעהאלטן פערזענליך די ביטערע מצב, די איינציגסטע אדרעס ווי מען ווענדט זיך איז מרכז עזרה ויועץ און מען וואונטשט זיי גרויס הצלחה ביי זייערע פעולות לטובה, און שטארק ארויסגעטרעטן קעגן די וואס ארבעטן צו מאכן פשרות, מען האנדלט מיט אידישע נפשות, זה חי וזה ימות, און עס ליגט א פליכט אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה און מען האפט און מען בעט זיי ח"ו נישט צו מאכן קיין פשרות מען איז מתפלל אבינו מלכינו הפר עצת אויבינו.
אזוי אויך האט דער רבי מיטגעטיילט זיין פערזענליכע עדות איבער די אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל ווי זיי דרייען זיך אויף די גאסן בייטאג און ביינאכט און דאס קומט פון א תוצאה פון אוועקשיקן די בחורים יונגערהייט צו אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל, והחכם עיניו בראשו.
דערנאך האט דער רבי גערעדט בשבח מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און פון די הנהלת המוסדות וועלכע שטייען בראש און שאפן די גרויסע געלטער, און דערמאנט לשבח די חשובע משפחת ריספלער החשובה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצובויען די נייע בנין הבית רחל וואס איז שוין דער דריטער בנין וואס זיי זענען מנדב און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השבע ברכות בבית רבינו - שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל.
ברכהמ''ז: הגה"צ גאב"ד שכונת רמת שלמה שליט"א, און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 11:50 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️