מאנטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש הויכראנגיגע באאמטע פון די טורמעס אין אמעריקע און פון די לאקאלע אויטיסוויל טורמע אין ניו יארק, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון רבינו שליט"א ביים באזוכן אין די טורמע פארגאנגענעם חודש, נאך א לענגערע באזוך אין קרית יואל, אין מבצר הכוללים, מתיבתא, בית רחל, אשת חיל, און נאך.
ביים באזוך בביתו נאוה קודש האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הקריה וועלכע האט באגריסט די באאמטע און איבערגעגעבן זייערע הרגשים נאכן באזוכן אין אזא שטאט ווי קרית יואל ווי עס וואוינען אזויפיל טויזענטער משפחות אן קיין שום קרימינאלע אקטעוויטעטן, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער הויפט אויפזעער פון די אוטיסוויל טורמע.
דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט פילע ענינים וויאזוי גרינגער צו מאכן פאר אחב"י היושבים בצרה ובשביה, צווישן אנדערע ארויסלאזן אויף שבתים און ימים טובים, געבן פרישע עסן, און נאך פארשידענע ענינים, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תפיסה באאמטע און פאר אלע חשוב'ע אנוועזנדע עסקנים צווישן אנדערע הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו פון די צדק ארגעניזאציע, הר"ר אברהם יושע פריינד שליט"א מנאסויד, הרה"ח ר' שלמה אבראמאוויטש הי"ו, און זיך שטארק באדאנקט פאר זייערע פעולות ארויסצוהעלפן און גרינגער מאכן פאר די אידן יושבי חושך וצלמות.
דערנאך זענען די לאקאלע טורמע באאמטע פארבליבן פריוואט מיט מרן רבינו שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים, ווי מען האפט צו זען בקרוב פארשידענע פעולות צו גרינגער מאכן פאר אחב"י, און דער רבי האט זיך געזעגנט פון זיי און זיך שטארק באדאנקט.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברשא"מ גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה לכבודו פונעם מחותן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב הביהמ"ד.
דער רבי איז צום ערשט אריין זיך אומקוקן אין די מקוה טהרה נעבן די ביהמ"ד וועלכע שטייט אינטער די שטרענגע השגחה פון די וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ובפיקוח פון הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, און דערנאך אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די חדרי התפילה, היכל התורה, און די מקוה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת השבע ברכות בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, פארן מחותן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, פאר אלע זיידעס און מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארומגערעדט בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה אין שפיץ פונעם מחותן שליט"א, און מעורר געווען זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר תושבי קר"י, און עקסטער מעורר געווען די תושבי השכונה צו פארדינגען די דירות נאר פאר היימישע אידן, און מסיים געווען בברכת קדשו. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 8:15.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני חב"ד וועלכע האבן דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדריקטן ספר התניא השלם, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם נס ההצלה פונעם הייליגן בעל התניא זיע''א וועלכע איז פארגעקומען אין דעם טאג י"ט כסלו און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד חנני' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמעון בראש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
