בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

דינסטאג פרשת תולדות - ירושלים עיה''ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין מקוה בבית האכסניא.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און געלייגט טלית ותפילין. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר דוד משה ציפער הי''ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב היילברוין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערביי האט זיך פארפירט א שמועס מיט'ן גרויסן מוהל הרב שלמה זלמן געלבער שליט''א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים בהיכל הביהמ''ד. הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' האט אויפגעטרעטן און באגריסט רבינו שליט''א און דערמאנט הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו וועלכע שטייט לימין קדשו פון רבין להחזקת המוסדות אין יעדע צייט, און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א קוויטל כוללות פון די לימוד שעות רציפות פון תלמידי מוסדותינו הק'.
די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים און חרוזים אויף אידיש לכבוד המאורע בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות ברגשי געגועין צום עיה"ק ירושלים ת"ו.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס מען דארף אויסניצן זיך אויסצוארבעטן פאר די עלטערע יארן, די חשוב'סטע זאך איז די הבל פיהם של תשב"ר און אין ירושלים איז עס נאך חשוב'ער און דאס איז מחייב יעדעם איינעם און מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון ירושלים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דב''ק האט מען איבערגעגעבן פארן רבין די קבלות טובות פון אלע קינדער און דער רבי האט פארטיילט א זמירות לחנוכה דברי יואל פאר אלע קינדער.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן אין תלמוד תורה ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אין די כיתות און פארהערט די לימודים אויך זענען געווען פארזאמלט די קלענערע קינדער און דער רבי האט פארטיילט ממתקים. דערנאך ארום 1:30 האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

ארום 3:30 איז אריין בקו''פ בבית האכסניא א דעלעגאציע פון כולל שומרי החומות רבני והנהלת הכולל, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ שומרי החומות, וועלכע זענען געקומען לאדענען דעם רבין צו זאגן די דרשה אינעם היסטארישן כתב סופר שוהל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' יצחק בלוי שליט''א ראה''כ, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריבער זאגן די דרשה. עס האבן אפגעווארט ארום דעם גאנצן קרית כולל שומרי החומות אלע קינדער וועלכע זענען געשטאנען רינגס ארום און אויף די דעכער און טאראסעס לקבל פני קדשו פון רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

רבינו שליט''א איז אריין אינעם ביהמ''ד כתב סופר און זיך באגריסט מיט די רבנים צווישן זיי הגאון ר' מתתיהו דייטש שליט''א גאב''ד רמת שלמה און דערנאך זיך מתעטף געווען בטליתו.
הגאון רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די זכיה אז דער רבי קומט דא משמיע זיין דב''ק אויף דעם פלאץ ווי רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א האבן אויפגעטרעטן.
ארום 5:00 האט דער רבי אנגעהויבן דב''ק א לענגערע טיפזיניגע פלפול פון אריבער א שעה אין די סוגיא פון שואל שלא מדעת וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים בשמחת התורה, און ביים סוף מעורר געווען בדברים העומדים על הפרק, איבער די גזירות הגיוס ווי מען דארף זיך האלטן שטארק אן קיין פשרות און די אלע וואס מאכן פשרות זענען א מרים יד בתורת משה, און מסיים געווען מברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה הרה''ח ר' יואל ברש''י וואלדמאן הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 5:50 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א קורצע באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א לרפו''ש דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:05 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום מעמד הכנסת ספר תורה דורך אנ''ש אין ירושלים לע''נ רבותינו הק' זיע''א, דער רבי האט איבערגענומען די תורה און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט און אינדערמיט זיך אפגעשטעלט ביי די קינדער פארענטשעס און געטאנצן א שטיק צייט.
הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו איז מכובד געווארן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון הקודש און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:25.

בבית האכסניא איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק פון ארום 7:00 ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה א משך פון כמעט 6 שעה אנ''ש להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ.
- כ''ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

- כ''ק אדמו"ר מקאלושין שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון הגדול רבי משה מרדכי קארפ שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע לומדישע שמועס בהלכות שמיטה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון ר' אהרן רובינפעלד שליט''א ראש ישיבת בעלזא עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל חיבת ירושלים אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט''א ר''י חיי משה, הגה''צ ר' אהרן גאלדמינצער שליט''א דומ''ץ סקווירא ירושלים, הגה''צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז טשאקאווא וראה''כ תולדות אלעזר, הגה''צ ר' יצחק ליב שרייבער-סופר שליט''א ר''י אורחות התורה, הגה''צ ר' אביעזר שפירא שליט''א אב''ד דראהאביטש, און די מנהלי הכולל.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם כולל און זיי האבן געוויזן פארן רבין היסטארישע כתבי קודש פון צדיקי הדורות מאוצרו פונעם לשכת הכולל, צווישן זיי די היסטארישע הקדשה ביכל פון הגה''ק משינאווא זיע''א וואס ענהאלט אין זיך פולע הקדשות פון צדיקי הדורות נבג''מ ובראשם הגה''ק משינאווא זיע''א, די הנהלה האט מכבד געווען רבינו שליט''א אריינצושרייבן חתימת יד קדשו.
ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן צדקה א תמיכה נכבדה פארן כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.

- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל זיבנבערגן עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.

- אזוי אויך האבן עטליכע כוללים אריבערגעשיקט קבוצות פון מציוני הכולל זיך פארהערן ביי רבינו שליט''א צווישן זיי אינגעלייט מחסידי גור אינעם סדר פון מזומנים.
דער רבי האט יעדעם פארהערט זייערע לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה.

נאך די זמני כניסה ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקדושת וטהרת המקוה ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

אום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בבית האכסניא הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️