ליל ב' דחול המועד סוכות, אושפיזא דמשה רעיא מהימנא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
שפעטער ארום 11:05 איז דכר רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט געזאגט דעם סדר אושפיזין כנהוג, און זיך געוואשן צו די סעודה. מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
- הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
- הרה"ג ר' חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר בנערינו ובזקיננו נלך כי חג ה' לנו' און ארויסגעברענגט אז יעדער איד דארף טאקע זיין א עניו אבער יעדער דארף אויך האבן אביסל פון די מידת הגאוה ביי עבדות השם,
סוכה איז משפיע דעת מען זאל קענען מבחין זיין ווען צו זיין א עניו און ווען א בעל גאוה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק איבער די חשיבות פון יעדע מצוה פון א איד, יעדע תפילה, יעדע חסד, יעדע פעולה אין עבודת השם, און ח"ו אז א איד זאל טראכטן אז מיין עבודה איז גארנישט ווערד, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען אנא עבדא דקדשא בריך הוא און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:55 און דער רבי איז אריבער לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 1:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודין פאר א לענגערע צייט, ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
פרייטאג ערש"ק, יום ב' דחול המועד סוכות
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו, וומסב"ג.
- כהן: הרה"ג ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב"ג
- לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
- שלישי: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער פרישע געסט פון אייראפע וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט להסתופף בצל הקודש.
- הגבה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א, ירושלים.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
