בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ז תשרי תשפ"ו10/9/2025

באריכט
דאנערשטאג, יום א' דחול המועד סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד בר"ע אונגאר הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים באש קודש און דערנאך פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו, לאנדאן.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו, וויען.
- שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ארום 5:15 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פון קרוב צו א שעה איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות וועלכע איז אינטערגעקומען במשך דעם יום טוב, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעות ארום 6:15 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד יו"ט, וסיום מס' ברכות במחזור שני פון מסגרת תורתך שעשועי. דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד די געהויבענע 'צווייטע טעג יו"ט', און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק און בפרט פון בית מדרשינו הגדול וועלכע איז פארברייטערט געווארן סיי בכמות און סיי באיכות און פארענדיגט מיט ברכות לרוב און אויסגעדרוקט זיין תשוקה זיך צו טרעפן בקרוב מיט אנ"ש פערזענדליך פנים אל פנים, און מסיים געווען ברב ברכות.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️