בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh12 Tishrei 578610/4/2025

Report
מוצאי יו"ט סוכות, ליל אושפיזא דיעקב, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא אין די סוכה הגדולה ארום 11:30. דער רבי האט געזאגט דעם סדר האושפיזין כנהוג, און זיך געוואשן צו די סעודה, מען האט אויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין, מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:

- הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי.
- הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד יראי השם בשכונת ברוך טעם קר"י.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה ווייזט אויפן גלות און די ד' מינים איז משפיע שמחה, און פארדעם טראגט מען אריין די ד' מינים אין די סוכה צו ווייזן אז אפילו אין גלות דארף מען אויך זיין בשמחה, וויבאלד הקב"ה געפונט זיך מיט אונז אין גלות, אזוי ווי הרה"ק החוזה מלובלין זיע"א האט געענטפערט פארן הייליגן ישמח משה זיע"א אויף די קשיא פארוואס חסידים זענען אלץ בשמחה און זענען נישט מיצר ודואג אויפן חורבן ביהמ"ק, האט ער געענטפערט אז עס דארף זיין אבלו בלבו וצהלתו בפניו וויבאלד דער מלך מלכי המלכים געפונט זיך בתוכינו.

ברכת המזון: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️