ליל ב' של חג הסוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, בעל תפילה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט דער מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה פארענט פון ביהמ"ד הגדול. דערנאך ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט האט געזאגט דעם נוסח סדר האושפיזין כנהוג און געמאכט קידוש ברגש קודש, הגבהת הכוס: הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א, לאנדאן.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה און די ד' מינים זענען מסוגל אריינצוברענגען דעם מידת האמת אין א איד, און מידת האמת איז משפיע אלע השפעות טובות. נאך די תורה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד יו"ט א לענגערע צייט, ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:00 אזייגער.
יום ב' של חג הסוכות
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום שחרית ארום 10:10. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, לאנדאן. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ. - כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. - רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו. - חמישי: רבינו שליט"א. - הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו, מאנטריאל. - גלילה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו. - הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו. צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו, וומסב"ג מען האט געענדיגט ארום 2:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה', און ארויסגעברענגט אז וויבאלד מצות סוכה און ד' מינים זענען משפיע מידת האמת פארדעם ניצט תשובה פאר הקב"ה. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 7:20, בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו. ביים זמן ר"ת ארום 7:40 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, מען האט געענדיגט ארום 8:15.