זונטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פאר שחרית האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, צום ערשטן מאל אין דעם נייעם ספרים שטוב, און געזאגט לשם צל סוכה, דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש אהערצושטעלן די סוכה.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
- ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב בנימין שטעסל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א נייע פראכטפולע זילבערנע האניג האלטער לכבוד יו"ט, דער רבי האט זיך באדאנקט און אים געגעבן געבענטשטע האניג און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו בונה ומקים שכונת ויואל משה ונדבן ביהמ"ד בית מנחם זאב האט מנדב געווען דעם סכום פון א מיליאן דאלער צו פארברייטערן די ביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הערליכע שכונה, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, פאר נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד, און פאר די הנהלת ומתפללי הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו האט מנדב געווען א סכום הגון פארן ועד קרן הבנין אין ביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל שפיטצער הי"ו.
- הרה"ח ר' זלמן ווידער הי"ו און הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות סוכה און מנהגים פון עשרת ימי תשובה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך געליינט קרי"ש, און אויפן וועג ארויס ארום 12:10 אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
