מאנטאג וילך ערב ראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי''ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
- ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
- פתיחה: ר' אברהם יושע קטינא הי"ו - לאנדאן.
- כהן: ר' יואל ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג בחודש אלול. נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' זעליג צוויבל הי"ו ובניו החשובים היושבים ע"פ בנו /אחיהם ע"ה.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' ברד"י קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
