בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח אלול תשפ"ה9/21/2025

באריכט
זונטאג פרשת וילך - ז' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר''ר אהרן יעקב כהנא שליט"א.
- ב"ר מנחם זאב פייערשטיין הי"ו.
- ב''ר יונה אשר פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה חיים פיש הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.

זמני כניסה איז געווען פון 6:50 ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️