זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלימלך לעווי הי"ו.
- ב"ר מנחם מענדל גרויז הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים 'תפילין כהלכה דרייוו' דורך 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקרית יואל ווי מען האט געקענט פארבן די תפילין, פאררעכטן די קשר, וכו', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פעולות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני האיגוד.
ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין לינדען, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 2:10 צו די פייוו סטאר זאל ווי עס איז פארגעקומען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען, מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהילתינו לינדען, דערנאך האבן די קינדער געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה, דאן זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די שמחה אז אין לינדען זענען דא אזויפיל תינוקת של בית רבן וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און געזאגט אז בעז"ה איז דא א שטארקע עתיד אין לינדען ווי עס וועלן נתחנך ווערן הונדערטער קינדער כ"י, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא עלטערן און זיידעס, מלמדים און די הנהלת המוסדות, און עקסטער פאר הנהלת מוסדותינו הק' פון ב"פ וועלכע שטייען צו די הילף פאר די מוסדות. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו וואו פילע אנשי שלומינו תושבי העיר זענען אריין בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון.
זמני כניסה איז געווען פון 3:00 אזייגער ביז 5:45.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד החדש 'אלעסק סטאניסלאוו' בראשות הרה''צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א וועלכע איז געעפענט געווארן פארגאנגענעם שב"ק, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי די בוי ארבעט בבית מדרשינו המפואר וועלכע האלט אין אירע לעצטע בוי פאזעס, דער רבי איז אריין אינעם ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און פון הנהלת קהלתינו הק' איבער די פלענער צו באנייען די ביהמ"ד אויף ראש השנה הבעל"ט און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר''י ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יקותיאל ישעי' גראס הי"ו און הרה"ח ר' ישראל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל ברש"א ברוינער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אברהם גראס הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' אריאל יואל כאירה הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
