בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשי"ג אלול תשפ"ה9/6/2025

באריכט
מוצאי שב"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די זיידעס און מחותנים שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און די זמירות מלוה מלכה.
אלץ כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' פנחס כ"ץ שליט"א ר"י דושינסקיא ב"פ, און עס אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס און מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א פדיון הבן אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די ימי הרחמים והרצון וויבאלד עס איז מעורר די גאולה השלימה וואס וועט אויך זיין דורך הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח ווי ביי די פריעדיגע גאולות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' כ''י פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים, די בחורים האבן צוזאמען געמאכט די סיום און מען האט געזאגט קדיש, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות. און מען האט פארגעזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט אז ווען מען טאנצט לכבוד התורה ווערט מען נקנה צו הקב"ה מיט קנין הגבהה און מען ווערט א עבד להקב"ה, און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט און די שמחה ווען אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און מסיים געווען בדברי ברכה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר ברך משה - חידושי סוגיות. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️