בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ג סיון תשפ"ה6/9/2025

באריכט
מאנטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ארי' לייב פליישמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריבערגעפארן צום 'המספיק רעזארט' אין די ראק-הילל געגענט אין סאליוואן קאנטי צום שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם נייעם 'ביהמ"ד אהל ישועה' ביים אנקומען ארום 4:40 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן רעזארט, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד און איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א צו טאנצן, און דערביי האט זיך דער רבי צוגעקוקט מיט התרגשות ווי די טייערע תלמידים פון מוסד המספיק טאנצן לכבוד התורה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין איינע פון די זייטיגע צימערן.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אויף א מסיבת לחיים ביים סעודת מצוה לכבודה של תורה אינעם נייעם זאל, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען אריינצושיינען א לעכטיגקייט אין אידישע הערצער, און ארויסגעברענגט די געפילן ביים באטראכטן פריער די טייערע נשמות טאנצן לכבוד התורה און נאכגעזאגט פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א אויף 'כה אמר ה' מלך ישראל וגואלו' אז ווען אידן זענען קראנק און ארעם איז הקב"ה נישט קיין מלך הכבוד, כדי הקב"ה זאל זיין א מלך הכבוד דארפן אידן זיין געזינט און האבן אסאך געלט, מען האט מתפלל געווען 'ויבא מלך הכבוד' די טייערע נשמות זאלן זיין געזינט און שטארק אזוי אז עס זאל זיין א כבוד פאר הקב"ה, אבער דערווייל דארף מען זען צוצושטעלן פאר זיי זייערע געברויכן און אריינשיינען א לעכטיגקייט אין זייערע הערצער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וואס לייגט אריין קאפ און מח צו גרינגער מאכן פאר זיי און פאר זייערע משפחות, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה וואלף פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ח ר' יואל אמסעל הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אלמנת הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל ע"ה היושבים ע"פ אמם /אחותם ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע הלכה'דיגע שמועס, און ער האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️