בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ב סיון תשפ"ה6/8/2025

באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' יואל ישעי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר שאול יחזקאל פערלשטיין הי"ו.
- ב"ר זלמן לייב בר"י טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יודא דוד שימאנאוויטש ע"ה.
- ב"ר יצחק מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר אפרים פישל גרינפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברד"מ רובינשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה קארנבלי הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ רבני בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הרה"ג ר' פלטיאל הכהן שווארטץ שליט"א דומ"ץ בכדתיא לאנדאן וראש וועד משמרת כהנים דענגלאנד, ווי מען האט ממנה געווען בברכתו ובעידידו פון רבינו שליט"א א 'וועד טהרת כהנים' שע"י בית הוראה זיך אפצוגעבן מיט די פילע שאלות בהלכה וועלכע מאכן זיך טעגליך ביי כהנים לדעת את אשר יעשון, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די 'כינוס לכהנים' וועלכע איז פארגעקומען מיט די באטייליגונג פון הונדערטער כהנים תושבי קר"י, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע דיינים שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט פילע שאלות וועלכע מאכן זיך טעגליך און די לעזונגען דערצו, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע רבני הוועד הרה"ג ר' יואל הכהן קאהן שליט"א, הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א און פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א יו"ר בית הוראה ומנהל מבצר הכוללים.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️