דאנערשטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון עוזר לעווי הי"ו.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר אשר אנשיל יוזשעף הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דאן איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, מוהל איז געווען דער אבי הבן, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאך דער זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה''צ ר' יחזקאל האלבערשטאם שליט"א אב"ד קנעהניטש.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
נאכמיטאג ארום 3:00 איז געווען אויף א ביקור בקו''פ הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בפלפולא דאורייתא אין פארשידענע סוגיות הש"ס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' משה שלמה קלאגסברוין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר משה מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אסעמבלימאן פון מאנסי און לאנגיעריגער עסקן למען הצלת חינוך הטהור אין ניו יארק, וועלכער שטייט בראש לימין רבינו שליט"א להצלת החינוך אלע יארן כולם שוים לטובה זינט די סאמע אנהויב פונעם מערכה, ר' אהרן בנציון הי"ו האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פאר די שטענדיגע הדרכה און יעוץ דורכאויס די לאנגיעריגע קאמף, ובפרט יעצט ביים צושטאנד ברענגען די נייע געזעץ, סיי מיט די געלט און די ריכטיגע קשרים, והעולה על גביהן די קלארע דעת תורה הברורה על כל צד ושועל, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פון אינדארסירן און אריין ברענגען אין אמט די ריכטיגע פיגורן וועלכע האבן ערמעגליכט די גרויסע געווינס מיט די נייע געזעץ לטובת החינוך, אויך האט ר' אהרן בנציון איבערגעגעבן א גריס פון די גאר געלונגענע 'סאטמארק' ביזנעס עקספאו, דער רבי האט זיך גאר ווארעם באדאנקט פאר זיין לאנגיעריגע עסקנות לטובת עתיד החינוך, סיי ביים אראפ פארן קיין אלבאני נאך איידערן ערוועלט ווערן צום אסעמבלי, סיי מיט די הילף ביי די פעטיציעס, סיי מיט זיין דרייסטע ארויסטריט קעגן די עדיוקעישאן דעפט. ביים מיטינג אין מאנסי איבער די פעטוועיס, און נאך, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו ער זאל ווייטער קענען אנגיין און מצליח זיין מיט די עסקנות און די ריכטיגע אופני השתדלנות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. און פאר מעריב געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט יע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
