בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ג אייר תשפ"ה5/21/2025

באריכט
מיטוואך פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא דרעזדנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל דוד ווייס הי"ו.

שפעטער ביי די תנאים פון בן הרה"ג רבי אהרן צבי שנעבאלג שליט"א דומ"ץ טשערנאוויץ וומסב''ג בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וחתן הרה"ג רבי ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים קר"י בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס, דער רבי האט געליינט די תנאים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 11:40 איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א ארויפגעקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אינטערסאנטע זכרונות לבית וויזניץ פון דעם יאר וואס דער רבי האט געוואוינט אין בני ברק נאך די חתונה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

נאך מעריב ארום 12:40 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הלכות בימי הספירה, און איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️