בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ב אייר תשפ"ה5/20/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק אמור - ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אהרן ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן דאווענען ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ובני ישראל יוצאים ביד רמה' וואס דער תרגום טייטשט בריש גלי, שטייט אין דגל אז ברי"ש איז ראשי תיבות רבי שמעון בן יוחאי, און געטייטשט בדברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי און מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים בזכות פון ר' שמעון, וואס האלט ו' לחלק יצא, און ממשיך געווען איבער'ן קדושת היום, ל''ג בעומר יומא דהילולא פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אידן פרייען זיך בשמחה פון ר' שמעון, און דערציילט ווי נעכטן זענען זיך צאמגעקומען רבבות אלפי ישראל, און מען זעהט ווי עס פלאקערט נאך היינט אין יעדן איד דעם אור פון ר' שמעון בן יוחאי, יעדער ברענט אין פריידט זיך מיט די שמחה, דער אייבערשטער זאלן העלפן מ'זאל טאקע קענען זיך מיטפרייען, און געזאגט אז יעדער בחור דארף זען עוסק צו זיין אין דעם טאג אין די מימרות פון ר' שמעון, עס זענען דא אסאך מימרות בתורת הנסתר, אבער ס'איז אויך דא אסאך בתורת הנגלה, און יעדער זאל זען זיך מקשר צו זיין צו רבי שמעון דורך לערנען עפעס פון ר' שמעון, און מסיים געווען ברוב ברכות תורתו מגן לנו הוא ימליץ טוב בעדינו.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 12:50.

ארום 1:10 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צום שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד חברי חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון איבער גרעיטער ניו יארק, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת.
במשך דעם טיש האט מען געזינגן ווארימע ניגונים לכבוד היום. מיטן אנצינדן די נירות לכבוד התנא אלוקי איז מכובד געווארן הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י.

נאך די פלייש האט מען געזינגן די זמירות, בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא, און דערנאך ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש קודש פאר לענגערע מינוטן.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בראשי"ת ברא אלקים' וואס ס'שטייט אין אגרא דכלה אז דאס איז די ראשי תיבות פון אור תורת ר' שמעון בר יוחאי און געטייטשט בדברי דרוש במשנתו פונעם הייליגן תנא אז דורך תשובה קען מען אלעס פאררעכטן, אבער מען דארף האבן סייעתא דשמיא צו קענען תשובה טוהן, רבינו הק' האט גענומען דעם היתר אראפצושרייבן די תורה שבעל פה פון רבי שמעון בן יוחאי וואס האט אינעם טאג פון זיין הסתלקות מגלה געווען תורת הנסתר און געהייסן אפשרייבן כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, און דאס זאגט ר' שמעון ח''ו שתשתכח תורה מישראל, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פון ל''ג בעומר אז וועגן דעם היינטיגן טאג האט מען די תורה שבעל פה, און דערביי מרבה געווען בשבח פון די בחורים וואס לערנען און חזר'ן די תורה שבעל פה, און מחזק געווען ווייטער אנצוגיין לערנען און חזר'ן, און מסיים געווען בברכות קדשו.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️