דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים אנקומען אין ביהמ"ד הגדול האט שלום גענומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וואס האט זיך צוריקגעקערט נאכן וויילן אויף אפרוה די פארגאנגענע וואכן.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב', און דערביי ארומגערעדט מיט גרויס ווייטאג איבער די שרעקליכע רדיפות קעגן די מוהלים דורך די רעגירונג אין שטאט אנטווערפען יצ"ו, און ארויסגעברענגט די סכנה וואס הערשט חלילה צו פארבאטן די מצות מילה, און אויסגערופן באש קודש פאר די תושבי אנטווערפן "חזקו ואמצו צו שטיין מיט מסירות נפש און מקיים זיין מצות מילה אזויווי מען האט מקיים געווען מצות מילה עד היום הזה" און גערופן אויף די רעגירונג אין אנטווערפען נישט גוזר צו זיין גזירות אויף די הייליגע טייערע מצוה, ווייל כלל ישראל וועט זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם מקוה טהרה דק''ק קרית יואל אינאיינעם מיט'ן נדבן המקוה הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו פון מאנטרעאל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און ארום אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' חיים הערש די פילע חומרות והידורים, און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' חיים הערש און פאר די הנהלת המקוה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' ליל ל''ג בעומר, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
ארום 8:30 פארנאכטס בעת כניסת היום איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה''ק מארה"ק, און אלע רבנים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.
נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז ווען מען איז דבוק בה' האט מען א קיום צוליב דעם איסור מחיקות השם, דער זוהר הק' זאגט 'את פני האדון ה' דא רשב"י', דורכדעם וואס רבי שמעון דרש'נט את, רעכנט מען אויך די אותיות הטפל להשם, און דורכדעם האט גאנץ כלל ישראל א קיום אפילו די וואס זענען נישט קדושים בקדושת שם הוי', נאר אויך די פשוטי עם וואס זענען בקדושת אלוקים, אבער זענען דבוק בהשם, כי ה' אלוקיך אש אוכלה היא, אפילו די וואס זענען נאר דבוק און די שם אלוקיך זענען אויך בבחינת אש, און וועגן דעם צינדט מען א מדורה של אש לכבוד התנא אלוקי רשב"י, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגי' אש להבה ווייל דורך רשב"י זענען אפילו די פשוטי עם דבוק אין השי"ת, דער קדושות לוי טייטשט ומראה כבוד ה' כאש אוכלה, אז א מענטש וויל זעהן אויב השי"ת האט הנאה פון זיינע מצוות זאל ער קוקן אויב ער טוט עס מיט א חמימות, מיט א פלאם, די גרויסע שמחה און עת רצון אינעם יומא דהילולא פון רשב"י אז מען זאל קענען לערנען און טוהן דעם רצון ה' מיט א פלאם פייער, דער קדושת יו"ט זאגט אז דאס עס הקב"ה גוזר וצדיק מבטל איז נאר דורך דרש'ען את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים,
און הקב"ה איז שומר משמרתו של תורה, איז דאך זיכער אז רבי שמעון האט א כח אויסצו'פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטל, און אויסגעפירט אז אינז זענען זיך מצטרף צו די אידן און די תפילות אין אתרא קדישא מירון און מיר בעטן יעלה תחנינו מערב, אונזערע תפילות וואס מיר זענען דא מתפלל אויפדערנאכט זאלן ארויפגיין אין הימל, און דער רבי האט בקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, פארלוירענע נשמות ברוחניות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, דער הייליגער תנא ווייסט א יעדעמ'ס בקשה יעלה תחנינו מערב זאל דער הייליגער תנא איינרייסן ביי הקב"ה און ארויפטראגן אלע בקשות און תפילות פארן הייליגן באשעפער, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות, יעדער איינער די מחסורו אשר יחסר לו, פאר יעדעם איינעם וואס אים פעלט בכלליות ובפרטיות, און מסיים געווען בבכי ותחנון אז כלל ישראל איז עומד ומצפה לישועת ה' צו ביאת גואל צדק במהרה, עס איז איז שוין תשפ"ה, ווי לאנג נאך וועט כלל ישראל זיין אינעם לאנגן ביטערן גלות, זאל דער הייליגער תנא מעורר רחמי שמים זיין אויף די גאולה שלימה עס זאל זיין במהרה, און אויסנוצן די כח פון צדיקים צו פועל'ן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און מען זאל שוין זוכה זיין צו אורו של משיח במהרה אמן.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
בעת כניסת היום ביים זמן מעריב האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות, און נאך א שטיק צייט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א רב דביהמ"ד כולל ערב שבת, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען און געציילט ספירת העומר באש קודש, וואס מ'האט געהערט אויף אלע גאסן ארום דורכן מייק.
דערנאך ארום 10:00 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל פון הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה, און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פון די נאענט צו 100 אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים און א מתנה כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס. צווישן אנדערע אן איר-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און אן איר-אייניקל פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ארום 11:55 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה בהילולת התנא האלוקי.
אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
