דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג', נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'.
נאכמיטאג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת שטוהל ע"פ אביהם הרה"ח ר' בערל ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 7:00 איז דער אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי הת''ת כתה ט' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' דעם פארלאפענעם פורים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די ראשי ועסקני קהילתינו הק' לינדען אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהילתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי ויו"ר וועד הכשרות דקהילתינו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבני' פון די מקוה טהרה פאר קהילתינו הק' נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן די וואך, און דער רבי האט באטראכט די פראכטפולע סקיצעס און פלענער פונעם מקוה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה דקהילתינו ומוסדותינו אין שטאט, וואו מען גרייט זיך צווישן אנדערן צו עפענען א כתה ו' אינערהאלב מוסדותינו הק' צום פרישן לערן יאר, און רבינו שליט"א האט געהערט א באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שטאט, און איבערן בלי און וואוקס פון אנ"ש אין שטאט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויךמאיז אריין הגה"צ מגלאגוב שליט"א עם בנו הבר מצוה מקבל זיין ברכת הקודש, דער רבי האט געבענטשט דעם בר מצוה בחור און מאציל געווען מברכת קדשו פארן גלאגובער רב און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן אויף פסחים.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב חיים דוד צוויבל מראשי אגודת ישראל דאמעריקע, אינאיינעם מיט העסקן שמואל (סעם) סוטאן וועלכער לויפט פארן סטעיט סענאט זיץ אין בארא פארק צו ערזעצן דער געוועזענער סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די וואלן קומענדיגע דינסטאג, דערביי האט העסקן ר' חיים דוד זיך גאר שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן שטיין בראש המערכה למען הצלת החינוך אין ניו יארק, און פארן אהערשטעלן די נייע געזעץ לטובת עתיד החינוך וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין אלבאני.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פילצאליגע ענינים לטובת הכלל וואס מאיז עוסק יעצט אהערצושטעלן פארן חרדישן אידענטום, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אין קרית יואל ארום 1:45 האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן אין חצר פון ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
