מאנטאג פרשת אמור - פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שלום גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שלום פראנקעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד הנחת אבן הפינה ע''י כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארן נייעם בנין אדיר ומפואר תל תלפיות דקהילתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד פסח שני, אויף א פראכטפולע פארנעם בביתו החדש פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די אלע נגידים בעם בוני ירושלים, וועלכע האבן מנדב געווען א מליאן דאלאר פארן אויפבוי פון מיאסטעטישן בנין האדיר.
ביים אנקומען ארום 4:45 האט דער רבי באגריסט די חשובע נגידים, און געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה, ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה און קניידלך, און נאך די פלייש מצה כרעמזלעך כנהוג, און דער רבי האט פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור. במשך די סעודה האט מען געזינגן מערערע ניגוני יו"ט פסח ועוד.
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געעון אלע חשובע געסט און איינגעלייטעט די מסיבה, און אויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו חבר וועד קרן הבנין און שטייט בראש פונעם גאנצן פראיעקט, ווי ער האט צווישן אנדערע אראפגעלייגט פאר די נדיבים בעם א רעפארט פון אלעס וואס איז שוין געטוהען געווארן ביז היינט, און די אלע פלענער אויפן עתיד, און זיך באדאנקט פאר עטליכע נגידים ועסקנים וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות מזאל קענען צוטרעטן צו דעם פראיעקט ה"ה בראש וראשון דער רוח החיים פונעם פראיעקט הנגיד הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו, הנגיד הנכבד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, און דער איש ירושלים הנגיד הנכבד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, ואחרון חביב דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען זיין די אכסניא פאר אזא הייליגע מעמד, און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון העלפן אזא ריזן פראיעקט.
דערנאך איז געזינגען געווארן הערליכע חרוזים ברגשי הלב דורך דער גאסט פון ארץ ישראל מוה"ר ישראל אדלער הי"ו, וואס האט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם מעמד קדוש.
מיט א חרדת קודש האט דער ציבור המשתתפים זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א און געטייטשט בדברי אגדה בגודל קדושת היום, און דערנאך ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה פון אלע נגידים בעם וואס האבן די זכיה צו נעמען אנטייל אין אזא היילגן בנין אשר משם תצא תורה והוראה לכל העולם, ווי דער בנין וועט אנהאלטן איך זיך א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל, מקוה טהרה, שטיבלעך, און א בית מדרש, פאר יונג און האלט, און דערמאנט לשבח פונעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפל הי''ו.
דאן האט רבינו שליט"א אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו דאנקען און לויבן פארן בורא כל עולמים אויף רוב רחמיו וחסדיו מיט נייעם געזעץ אין ניו יארק וואס וועט בעז"ה אפראטעוון דעם חינוך הטהור, און ארויסגעברענגט די אלע פרטים פון די ביטערע גזירה, שוין עטליכע יאר צוריק ווען מען האט זיך געגרייט צו די וואלן פאר גאווערנאר האט מען זיך געטראפן שטילערהייט מיטן גאווערנאר, און זיך געבעטן זי זאל זען אפצושטעלן די גזירה, דער רבי האט באריכות מסביר געווען וויאזוי דער סדר פון מאכן א געזעץ אין ניו יארק ארבעט, און אז עס איז זייער גרינג פאר א פאליטיקאנט צוצוזאגן, אבער מען האט געדארפט זיכער מאכן אז מען בעט א זאך וואס זי קען טאקע מסדר זיין.
דער רבי האט דערמאנט לשבח דער מייסטער פונעם פלאן ה"ה הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס האט במשך די לעצטע פאר יאר אריין געלייגט א שווערע עבודה מיט אסאך געלט, און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' יושע עסטרייכער הי"ו, וועלכער קען זיך גוט אויס אין אלבאני און האט געהאט אגרויסן טייל אין דעם, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכער האט אויסגענוצט די פאליטישע קשרים אין אלבאני עס אהער צו שטעלן, און באזונדער ארויסגעברענגט ווי אזוי די קעגנערס פון אונזער חינוך האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די געזעץ, אבער בסייעתא דשמיא האט מען משנה געווען דעם געזעץ לטובה אויף אונזער זייט, און כאטש מען קען נישט וויסן וואס עס גייט זיין ווייל די רעגירונג גייט פראבירן צו זוכן לעכער און אויסטייטשן די געזעץ פארקערט, און עס קען נאך אנקומען אין געריכט. מען דארף דאנקען השי"ת אויפן עבר, און בעטן השי"ת אויף ווייטער, און באזונדער דערמאנט לשבח הרה"ח ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, די היימישע אסעמבלילייט וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן.
ביים שלוס פון די דברות קודש האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות לרוב פאר אלע נדיבים בעם זיי זאלן זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות בתורה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל זאב וויינשטאק הי"ו.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונען מעמד, ווען רבינו שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה פאר בנין הגדול והקדוש, ווען עס איז געזינגען געווארן ווארימע ניגונים ברגשי אש קודש, צווישן אנדערן האט רבינו שליט"א אריינגעלייגט עטליכע מטבעות פון רבותיה"ק זיע''א, און א שטיקל האלץ פון אדמת קודש וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געשטאנען דערויף אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל וואס דער בעל אכסניא הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו האט געהאט אין זיין באזיץ. און דערנאך מכבד געווען בניו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און די נדבנים און עסקנים אריינצוגיסן די אבן הפינה. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
