מיטוואך פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה לייב שניצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון וועבערמאן הי"ו.
- ב"ר מרדכי פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל הכהן ראזענבערגער הי"ו.
- ב"ר מרדכי דוב מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו ע"פ אשתו / אמם ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - הרה"ח ר' אלימלך ברא"ל שווארץ הי"ו.
- הרה"ח ר' שמעון ישראל שטיינמעץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
