בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגח' אייר תשפ"ה5/6/2025

באריכט
דינסטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' יואל ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר מרדכי היימאן הי"ו.
- ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג אום 7:00 איז דער רבי אריבער צום מעמד קביעות מזוזה פארן בנין החדש והמפואר 'ישיבה לצעירים' נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
דער רבי איז אריין אימעם היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח, און דערנאך געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.

נאך מנחה האט רבינו שליט"א קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און דערנאך ארום געגאנגן און זיך אומגעקערט אינעם גאנצן פראכטפולע בנין אויף אלע שטאקן און צימערן אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערביי געהערט א באריכט פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחנוכת הבית בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און מקבל פנים געווען רבינו שליט"א, און ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן החשוב הנגיד ר' אברהם הי"ו, וויפיל כוחות ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא שיינעם בנין בדמים תרתי משמע, און בפרט די כוחות וואס ער לייגט אריין א גאנץ יאר להצלחת הישיבה.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פארן מנהל הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'דבר אל כל עדת בני ישראל קדושים תהיו' און געטייטשט אז נאר דורך די זכות פון יעקב אבינו קען מען זיך האלטן אין גלות און די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אפילו אין די טריפה'נע אמעריקע וואס איז נישט ע"פ דרך הטבע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען קען זיך צוזאמקומען פאר א חנוכת הבית פאר אזא בנין מפואר, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים, און דערמאנט לשבח פונעם חשוב'ער נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכער האט אויפגעבויט אזא שיינער בנין מפואר פאר די ישיבה, און פון אלע זיינע אנדערע פראיעקטן און בנינים בתוככי קהילתינו הק' אין וומסב''ג וועלכע זענען אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם און זענען אנגעפילט מיט מתפללים און לומדים אויפן העכסטן סטאנדארט. און עקסטער דערמאנט איבער די פרישע פראיעקט פונעם נדבן וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן ביליגע דירות אין קרית יואל, און דערביי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די אומגעהויער שווערע מצב מיט די דירות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, און עס איז ממש נישט מעגליך פאר א געווענליכער מענטש צו קויפן א דירה, און אפילו דינגען קאסט אפ א הון תועפות, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין די ברייטע אמעריקאנער גאס, און אזוי אויך אין ארה"ק, האט מען שוין דורכגעבראכן אז א פארפאלק האט חתונה און ציט זיך תיכף אוועק פון די שטאט פון די עלטערן צוליב די הויכע קאסטן פון פארבלייבן אין די עלטערע שטעט, און כאטש וויליאמסבורג איז טאקע זייער ערליך און הייליג, קומט עס נאכאלץ נישט צו צו קרית יואל ברוחניות, און נישט בגשמיות, רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אויפגעשטעלט קרית יואל טאקע פאר וויליאמסבורגער אידן, עס איז געקומען די צייט מען זאל טראכטן אז מען דארף זיך אוועקציען פון דאנעט, און זאגן דעם פסוק 'קומו צאו מן המקום הזה', מען זאל זיך ארויס ציען קיין קרית יואל, וואו עס איז די א שפע פון דירות פאר ביליגע פרייזן, מען זעט אז דער עתיד פון אנ"ש איז אין קרית יואל, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן. דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:30.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים הערש מויזקאפף הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שבת אח"ק אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן א אות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת כולל שומרי החומות מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זייער בעפארשטייענדע דינער השנתי אין וויליאמסבורג, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:40 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס, מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די בני המשפחה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה, מען האט געענדיגט ארום 11:00.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 437