זונטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב בערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 7:30 פאר מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אן אסיפה מיטן וועד קרן הבנין פונעם נייעם מיידל שולע אין בני ברק וואס שטייט שוין בגמר מלאכת הבנוי' און וועט אי"ה געעפענט ווערן ברוב פאר והדר צום נייעם שנת הלימודים בשטומ"צ, און איבער די בעפארשטייענדע נסיעה פון רבינו שליט"א קיין ארה"ק, דער רבי איז איבערגעגאנגן אלע פרטים פונעם בנין, און חשבונות פון די מתנדבים בעם, און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון קרויס הי"ו - הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
- הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
