שב''ק פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי משמיע געווען דב"ק חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די הונדערטער אלמנות שיחיו במסגרת שבת מלכתא אינעם ארמון האטעל אין קאנעטיקוט ארגאניזירט דורך הרבנית הצד' תליט"א און אירע חשובע טעכטער שיחיו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (אנטווערפן).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות תורה ויראה עטה"ק ירושלים. מען האט געענדיגט ארום 10:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו (בית שמש).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נחמן בראך שליט"א (בית שמש). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'לא נתקררה דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' בצלאל טויסיג הי"ו (בית שמש). ברכת המזון: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק ראפשיצער רב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה
יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק' מאנסי. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- לוי: ר' יעקב יושע אפפעל הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' אהרן יעקב רייכמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק'.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אשר אנשיל גאנדל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים בהנהלת הר"ר מרדכי אהרן זאבעל שליט"א, במשך די סעודה האט דער רבי געשמועסט בשיחות קודש ובספורי צדיקים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הב' אהרן צבי לאנדוי ני"ו בן הרה"ג ר' שלום נח שליט"א מווערעצקי פלעטבוש. ברוך קל עליון: הרה''ח ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו משגיח בישיבה. שיר היחוד: (כנהוג בין פסח לשבועות) הב' יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש לא נתקררה דעתו של איוב און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו די לילות האבן משלים געווען דעם שיעבוד מצרים.
ברכהמ''ז: דער מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25.
- מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"א קליינבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' חיים העלער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר יודא הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מעשה ברוכל אחד מאן בעי סמי דחיה' און געטייטשט אז כדי עס זאל שרוי זיין א ברכה דארף זיין פון פארדעם אויף וואס עס זאל חל זיין, און אז מען האט נישט איז דורכדעם וואס מען איז באחדות איין איד מיט די אנדערע ווערט גערעכנט איין איד פאר די אנדערע, און עס איז דא א ברכה בגשמיות וברוחניות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אינעם אייקאן ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם דריטן לאקאציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט', דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און ארום אינעם גאנצן געשעפט און אין די קאך און אין אלע שטובער און דערביי געהערט א באריכט פון הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו מנכ"ל המוסדות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני שחיטה, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן 'העלאו לייטינג' געשעפט אונטער די אייגנטומערשאפט פון ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און זיך אומגעקוקט אינעם געשעפט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די בעלי בתים ובני משפחתם.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום נייעם 'חתונה מאלל' געשעפט אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו, דער רבי איז ארום און זיך אומגעקערט אין אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט, און דערנאך קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הוצאות פון חתונה מאכן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל הי"ו פאר אביו הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין שווער הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:50 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
