בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ח ניסן תשפ"ה4/16/2025

באריכט
מיטוואך ב' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

- פתיחה: הרה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
- הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הר"ר אברהם מנחם שווארטץ שליט"א (ב"פ).

מוסף: הר"ר אברהם שמשון הורוויץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד שלום אליעזר ני"ו, דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:00 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני שחיטה. דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דערנאך איז אריין בקו"פ הרבני הנגיד איש החסד מוה"ר יואל לאנדא הי"ו פטרון ונשיא ביהמ"ד המפואר 'אור החיים' ריבניץ אין וומסב"ג, ס'איז פארמירט געווארן א שיינע לענגערע שמועס בעניני החג ובזכרונות מימי קדם בצל רביה"ק זיע"א, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

אום 7:45 איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 'בנין געלבשטיין' דקהלתינו בוומסב"ג, און האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש 'בשבילי הלכה' חלק ז' און חלק ח' אויף הלכות יו"ט, ס'האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות יו"ט ובעניני חג הפסח. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די ספרים און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און מעריב ארום 9:00.

ארום 10:15 איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי מח"ס אוצר הזמנים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️